צי האָבן די ייִוואָ־לינגוויסטן איגנאָרירט דאָס חסידישע ייִדיש?
הײַנט זײַנען ס'רובֿ געבוירענע ייִדיש־רעדערס חסידים, וואָס רעדן דיאַלעקטן וואָס זײַנען היפּש אַנדערש פֿונעם כּלל־ייִדיש, וואָס די ייִוואָ־לינגוויסטן האָבן קאָדיפֿיצירט און וואָס מע לערנט איבער דער וועלט. וואָס האָט געפֿירט צו דער אומענלעכקייט צווישן די צוויי מינים ייִדיש? צי האָבן די ייִוואָ־לינגוויסטן—ליטוואַקעס און סעקולאַריסטן—בכּיוון איגנאָרירט דאָס חסידישע ייִדיש צוליב אַן אַנטיפּאַטיע צו דער רעליגיע בכלל אָדער צו חסידים בפֿרט? צי האָבן זיי אויפֿגעבויט כּלל־ייִדיש לויטן מוסטער פֿונעם אייגענעם ליטווישן דיאַלעקט?
די דאָזיקע לעקציע וועט פּרוּוון ענטפֿערן אויף די דאָזיקע פֿראַגעס און פֿאַרגלײַכן די אַנטוויקלונג פֿון כּלל־ייִדיש און חסידיש ייִדיש, סײַ אין אייראָפּע און סײַ אין אַמעריקע. אַזוי ווי ס'רובֿ וועלטלעכע ייִדן, האָבן די ייִוואָ־לינגוויסטן נישט געהאַט קיין סך צו טאָן מיט חסידים, אָבער עס זײַנען געווען געוויסע קאָנטאַקטן צווישן די צוויי גרופּעס. אוריאל װײַנרײַך האָט געהאַט אַ ספּעציעלן אינטערעס צום דיאַלעקט פֿון טראַנסקאַרפּאַטישן ראַיאָן, װאָס פֿון דאָרטן שטאַמען ס'רובֿ נאָכמלחמהדיקע חסידישע ייִדיש־רעדערס, און ער האָט געמאַכט אַ סך דיאַלעקט־אינטערוויוען מיט חרדים. אין אַ געוויסער מאָס האָט ער אַפֿילו פֿאָרויסגעזען די הײַנטיקע שפּראַך־קאָניונקטור.