ליבעסבריוו: יצחק וועצלאַרס אויפֿרוף צו באַנײַען די ייִדישע געזעלשאַפֿט און בילדונג
יצחק וועצלאַר, אַ ייִדישער סוחר אין דײַטשלאַנד (אַשכּנז), האָט אָנגעשריבן צו זײַנע ייִדישע ברידער און שוועסטער אַ בריוו אויס אַהבֿת־אַחים אין מיטן 18טן י״ה.
וועצלאַר קריטיקירט די ייִדישע געזעלשאַפֿט אין די דײַטשישע לענדער און באַשרײַבט זײַן פּלאַן, ווי אַזוי איבערצומאַכן די ייִדישע בילדונג בײַ אַשכּנזים ניצנדיק סײַ העברעיִש סײַ ייִדיש — פֿאַר ייִנגלעך און מיידלעך, מענער און פֿרויען. ער רופֿט אויף צו אַן אומקער צו די עיקרים פֿון ייִדישקייט, אָבער ער איז אויך געווען אונטער דער השפּעה פֿון דער דעמאָלטיקער קריסטלעכער באַנײַונגס־באַוועגונג פֿון די פּיעטיסטן.