ייִדיש ניו־יאָרק
פּראָפֿ' דניאל סאָיער
צװישן די 1870ער און די 1920ער יאָרן האָבן זיך באַזעצט אין דער שטאָט ניו־יאָרק אַרום אָנדערהאַלבן מיליאָן ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. צוזאַמען מיט זייערע קינדער זענען זיי מיט דער צײַט געװאָרן כּמעט אַ דריטל פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג, די גרעסטע עטנישע גרופּע אין ניו־יאָרק. איז דעריבער קיין חידוש ניט װאָס די ייִדישע רייד פֿון די אימיגראַנטן האָט משפּיע געװען אויפֿן ניו־יאָרקער ענגליש, פּונקט װי דאָס ניו־יאָרקער ענגליש און דאָס לשון פֿון דער פֿריִערדיקער כװאַליע (דער עיקר) דײַטשע אימיגראַנטן האָבן משפּיע געװען אויפֿן ניו־יאָרקער ייִדיש. דערצו איז ניו־יאָרק געװאָרן אַ הויפּטצענטער פֿון דער ייִדישער קולטור, זיך אויסצייכענענדיק מיט זײַן פּרעסע, טעאַטער און פּאָעזיע. די שטאָט אַליין פֿיגורירט אָפֿט װי אַ טעמע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זיך פֿאַררופֿנדיק אויף פּראָזע און פּאָעזיע פֿון אַזעלכע אָבסערװאַטאָרן װי אַב. קאַהאַן, ה.ל. מענקען, שלום־עליכם און אַנאַ מאַרגאָלין, װעלן מיר באַקלערן די קעגנזײַטיקע השפּעות פֿון ניו־יאָרק אויף דער ייִדישער שפּראַך און פֿון ייִדיש אויף ניו־יאָרק אין די יאָרן פֿון איבערגאַנג צװישן 19טן און 20סטן יאָרהונדערט.