אַ „שנעללױף״ איבער דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור
אָנהײבנדיק מיטן ערשטן גאַנצן ייִדישן זאַץ װאָס געפֿינט זיך אינעם װערמײַזער מחזור (1272), װעל איך געבן אַ כאַראַקטעריסטיק פֿון דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור (14טן־16טן י״ה). מיר װעלן זען דעם געאָגראַפֿישן איבערגאַנג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור פון מערבֿ־אײראָפּע קײן מיזרח־אײראָפּע. די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור איז געשאַפֿן געװאָרן װי אַ פּועל־יוצא פֿונעם קאַמף פֿון דער השׂכּלה קעגן דער חסידישער באַװעגונג. איך װעל װאַרפֿן אַ ליכט אױף דער ראָלע פֿון די דרײַ קלאַסיקער, מענדעלע, פּרץ און שלום־עליכם און אױפֿן אױפֿקום פֿונעם מאָדערניזם. איך װעל אַרומרעדן די הױפּט־אינסטיטוציעס פֿון דער ייִדישער קולטור, די פּרעסע און דעם טעאַטער און אַנאַליזירן די ראָלע פֿון דער ייִדישער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג און די נײַע אידעאָלאָגיעס בײַם געשטאַלטיקן די מאָדערנע ייִדישע קולטור.