?וואָס פֿאַר אַ מין ייִדיש איז דאָס
דוד בראַון
עס װערן דיפֿערענצירט פֿאַרשיידענערליי ייִדישן – אַ aטייל אין פֿאַכמענישן באַנוץ, אַנדערע צװישן פֿאָלק. מיר װעלן אַרומריידן װאָס ס'װערט געמיינט מיט די װײַטערדיקע טערמינען און פֿונאַנדערקלײַבן װעלכע זײַנען ניצלעכע און װעלכע – פֿאַרפֿירערישע: מיזרח־ייִדיש אַנטקעגן מערבֿ־ייִדיש, נײַ־ייִדיש אַנטקעגן אַלט־ און מיטל־ייִדיש, דרום־מיזרח־ייִדיש / צפֿון־מיזרח־ייִדיש / צענטראַל־ייִדיש, סאָװעטיש ייִדיש, ליטװיש אַנטקעגן גאַליציאַנער ייִדיש, רוסיש אַנטקעגן פּויליש ייִדיש, אונגעריש ייִדיש, חסידיש ייִדיש, טעאַטער־לשון, פּאָטייטע־ייִדיש, דײַטשמעריש, כּלל־ייִדיש און די ליטעראַרישע שפּראַך, צעבראָכן ייִדיש, לומדיש ייִדיש און ייִװאָ־ייִדיש.