גאָלדע און אירע טעכטער׃ די סאָװעטישע ייִדישע פֿרױען אין דער צײַט פֿון סטאַלינען
Monday Sep 15, 2014 6:30pm
װאָס זײַנען געװען די איבערלעבונגען פֿון ייִדישע פֿרױען אונטער סטאַלינען? װי זײַנען זײ געװען אַנדערש פֿון זײערע רוסישע, װײַסרושיסע, און אוקראַיִנישע מיטצײַטלערס? עליסאַ בן-פּורתּ (קװינס קאָלעדזש) באַטראַכט די יחיד-במינודיקע שטריכן פֿון דעם סאָװעטיזאַציע-פּראָצעס בײַ ייִדישע פֿרױען און דעם קולטורקאַמף אַרום סטאַלינס פּרוּװ צו צעשטערן רעליגיעזע טראַדיציעס און שאַפֿן אַ ״נײַע סאָװעטישע ייִדישע פֿרױ.״